בילד: וויליאם באילענד

ניו יארק – א פעדעראלע אפעלאט געריכט האט נעכטן געאורטיילט אנצוהאלטן דעם שולד-אורטייל וואס איז ארויסגעגעבן געווארן קעגן דעם געוועזענעם ניו יארק סטעיט אסעמבלימאן, וויליאם באילענד, וועלכער זיצט אין טורמע פאר שוחד קלאגעס. באילענד איז ארעסטירט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק, אלס טייל פונעם קאמפיין פונעם געוועזענעם פעדעראלן פראקוראר פריט בארארא אויסצוראטן קארופציע פון אלבאני, ווען עס איז אויפגעדעקט געווארן אז באילענד האט גענומען שוחד געלטער פון א פירמע וועלכע שטעלט צוזאם צירקוסן און קארניוואלן, און אין אויסטויש האט ער געהאלפן די פירמע באקומען שנעלער פערמיטס פאר זייערע צוזאמקונפטן. ער איז פאראורטיילט געווארן אין יאר 15' צו פערצן יאר טורמע, וואס איז איינס פון די לענגסטע טורמע טערמינען וואס א ניו יארק סטעיט פאליטישאן האט סיי ווען אין היסטאריע באקומען. ער האט פרובירט צו אפיעלן זיין קעיס, אבער א פעדעראלער אפעלאט ריכטער האט נעכטן ווידערהאלט דעם אורטייל פון נידריגערן געריכט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל