באסטאן – וויפיל מאל האט מען שוין געהערט דעם זעלבן ניגון, ווען איין טאג צייגט א שטודיע אז קאווע איז ממש טויטליך אומגעזונט און א טאג דערויף צייגט א צווייטע שטודיע אז קאווע איז גאר דער וואונדער-בונדל וואס פארמאגט דעם סוד פון אריכת ימים... דאס האט אבער נישט אפגעהאלטן וויסנשאפטליכע פון דורכצופירן 2 פרישע שטודיעס אויף קאווע, און עליס ליכטענסטיין פון טאפטס אוניווערסיטעט אין באסטאן האט נעכטן פובליצירט די רעזולטאטן פון די צוויי שטודיעס, וואס צייגט אז קאווע נידערט די ריזיקע פון שטארבן. די שטודיע האט נאכגעפאלגט די לעבנס פון ארום א דריי-פערטל מיליאן מענטשן פאר א צייט אפשניט פון זעכצן יאר, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז מענער וואס טרינקען קאווע האבן א 12 פראצענט שטערקערן שאנס צו לעבן לענגער ווי די וועלכע טרינקען נישט קיין קאווע, און ביי פרויען איז דאס 7 פראצענט. ליכטענסטין זאגט אז דאס מיינט נישט אז מענטשן וועלכע טרינקען נישט קאווע, זאלן אנהייבן ציטערן אז זיי גייען שטארבן יונג, נאר אמווייניגסטנס בארואיגט עס די וועלכע קענען ממש נישט אנגיין אן זייער קאווע און האבן מורא אז קאווע האט נעגאטיווע זייטיגע ווירקונגען.

בילד: שטודיע: קאווע נידערט שטארבן ריזיקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל