מיאמי – א מאן אין פלארידע זאגט אז ער איז א נאכאנאנדער קרבן פון די מאלפע מאפיא. לאקאלע נייעס אגענטורן אין אוקאלא, פלארידע האבן נעכטן באריכטעט איבער ברייען פריטשארד וועלכער זאגט אז שווארמעס פון קליינע מאלפעס באפאלן זיין פראפערטי צוויי מאל א טאג, וואו זיי כאפן אוועק הויפנס עסנווארג וואס ער שטעלט ארויס צו פיטערן עטליכע הערשן וועלכע ער וויל קענען פאטאגראפירן בשעת זיי וועלן זיין פארטאן אין די עסנווארג. פריטשארד באקלאגט זיך אז די מאלפעס זעען אויס צו זיין גאר גוט ארגאניזירט און אגרעסיוו, און זיי באפאלן זיין פראפערטי מיט אן אויסגערעכנטקייט. ער זאגט אז אלעס אינאיינעם האבן זיי שוין גערויבט 250 פונט עסנווארג אין בלויז די לעצטע צוויי וואכן, און ער וויל אז די לאקאלע אויטאריטעטן זאלן עפעס טאן צו דערגיין פון וואנעט די מאלפעס קומען און זען וואס מ'קען טאן אז זיי זאלן אויפהערן מיט די גניבה שטיק...

בילד: די מאלפע מאפיא אין פלארידע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל