ניו יארק. - ניו יארקער רייזנדע האבן זיך מיט ציין-קריצונגען געגרייט די וואך צום אנהויב פון א גאר שווערער תקופה, אין וועלכע די באן רייזעס אריין צו דער פען סטאנציע וועלן זיין גאר באגרעניצט צוליב די עמוירדזשענסי פארריכטונגען וואס מען פירט דורך. די שינעס אינעם פען סטעישאן זענען שוין גוט אויסגענוצט, און עס פאסירן כסדר עקסידענטן, דערפאר האט עמטרעק באשלאסן אז מען מוז דורכפירן עמוירדזשענסי פארריכטונגען פאר'ן פרייז פון 41 מיליאן דאלאר. עס וועט נעמען פינף מאנאטן, וואס מיינט א גאנצן זומער פון רייזע שוועריקייטן. גאווערנאר קאומא האט אפעלירט צו רייזנדע צו טוישן זייער רוטין, און פרובירן צו קומען אין די נישט פארנומענע צייטן. עקספערטן האבן אפגעווארפן דאס וואס מאנכע מוטיגן מענטשן צו קומען מיט די קארס, און פארקינג לאטס אין מאנהעטן פרובירן זיך ארויפצוכאפן אויף דעם וואגן צו פארדינען געלט, אנצייגנדיג אז אין צענטער פון מאנהעטן איז דא א שווערער גרידלאק אינמיטן טאג, איז פשוט נאריש אריינצוקומען מיט'ן אויטא אין דער פארנומענער שטאט. איבער 97,000 קארס קומען טעגליך אריין פון ניו דזשערזי קיין מאנהעטן. די רייזע שוועריקייטן וועלן פיל אויסמאכן אויף דער שטאטישער עקאנאמיע. מ'גלויבט אז יעדע שעה פון רייזע פארשפעטיקונגען אריין קיין מאנהעטן, ביי די ניו דזשערזי און לאנג איילענד רעילראוד באנען, קאסט אפ די ניו יארק סיטי עקאנאמיע 14.5 מיליאן דאלאר פער שעה.

בילד: אנגסט ביי רייזנדע צו ניו יארק סיטי פון פען סטעישאן פארריכטונגען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל