כינע. - די כינעזער קאסקא פראכט שיף פירמע, וועלכע איז איינע פון די גיגאנטישע פירמעס אויף דעם געביט, האט געמאלדן פלענער אפצוקויפן איר קאנקורענט, די אריענט אווערסיעס פירמע, פאר 6.3 ביליאן דאלאר. דאס מיינט אז די קאסקא פירמע וועט ווערן כינע'ס דריט גרעסטע פראכט שיף פירמע. דערמיט וועט די פירמע אויך ווערן די דריט גרעסטע אין דער וועלט, קומענדיג נאך די מאערסק ליינס פירמע פון דענמארק. אין די לעצטע יארן זענען פארגעקומען פילע אפקויפונגען און פאראייניקונגען צווישן די פירמעס, וואס מיינט אז די וועלט פארמאגט היינט צוטאגס בלויז 7 מעידזשאר קאנטעינאר פראכט שיף פירמעס.

בילד: קאסקא פראכט שיף פירמע קויפט אפ קעגנער פאר 6.3 ביליאן דאלאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל