די בריטישע רעגירונג זוכט שוין 7 יאר צו לייזן די מיסטעריע פון א שפיץ פינגער, אדער מעגליך א גאנצן פינגער. אין 10' איז געפונען געווארן א פינגער פון א מענטש, אין א הויף אין לאנדאן, ס'איז אנטדעקט געווארן דורך א הונט. מ'האט שוין געמאכט שווערע אויספארשונגען, פינגער אפדרוקן, די-ען-עי אויספארשונגען, און מ'האט נישט געקענט טרעפן קיין שום שפור צו וועמען דער פינגער באלאנגט. ס'איז נישט קלאר פארוואס דער פינגער איז אפגעריסן געווארן, אדער פון וועמען. דעריבער קוקט זיך ארום, אויב גלויבט איר אז איר ווייסט פון וועמען דער פינגער איז, זאלט איר זיך ווענדן צו די לאנדאנער פאליציי צו דער דעטעקטיוון אפטיילונג...

בילד: א פינגער אדער א שפיץ פינגער?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל