נעכטן האט דער איראקער פרעמיער מיניסטער חיידר אל-עבאדי אנגעקומען קיין מאסול ווי ער האט מיט פייערונג דערקלערט די ענדע פון די אפעראציע צו באפרייען דעם שטאט פון די הערשאפט פון אייסיס, און דערביי דערקלערט אז די מיליטער האט ענדגילטיג באזיגט די טעראר גרופע, אן אפעראציע וועלכע האט זיך פארצויגן ארום א האלב יאר און האט איבערגעלאזט טויזנטער טויטע, מיט דעם איז געברענגט געווארן צו אן ענדע א טעראר רעזשים וואס אייסיס האט דארט אנגעהאלטן פאר ארום 4 יאר,  אין די לעצטע וואכן זענען די שלאכטן געווארן גאר אינטענסיוו און די אייסיס קעמפער זענען געווארן פארבאריקאדירט אין בלויז עטליכע גאסן פון די אלט-שטאט, און אין די לעצטע 24 שעה זענען געווען געמישטע באריכטן איבער א מעגליכקייט אז עס זענען נאך פארהאן אייסיס קעמפער אין געוויסע געגנטער אין שטאט, אין זיין זיג רעדע האט דער פרמיער מיניסטער געזאגט אז אייסיס גייט אריין אין די מיסט-קאסטן פון די היסטאריע און זיי וועלן מער נישט האבן קיין פוסטריט אין איראק, דער איראנער רעגירונג האט אויך באגריסט די אנטוויקלונג און געזאגט אז אירע קאמפער האבן אויך געשפילט א שטארקע ראלע אין די באפרייאונג, אינאיינעם מיט הילף פון די אמעריקאנער מיליטער.

בילד: איראק פייערט אפיציעל די באפרייאונג פון מאסול

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל