ווי באריכטעט האט זיך פרעזידענט טראמפ דעם פרייטאג ענדליך געטראפן מיט׳ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, נאך לאנגע מאנאטן פון שפעקולאציעס און ערווארטונגען איז די זיצונג געגאנגען ווי געפלאנט אן קיין ערנסטע אינצידענטן, עס האט גענומען היבש לענגער ווי מען האט זיך געראכטן, איבער צוויי שטונדן, פרעזידענט טראמפ האט באריכטעט אויף טוויטער איבער די מיטינג, שרייבנדיג אז ער האט ״שטארק געדרוקט אויף פוטין איבער די רוסישע אינטערווענץ אין די אמעריקאנער וואלן, ער האט קאטעגאריש געלייקנט, איך האב שוין געזאגט מיין מיינונג איבער דעם״ א אומקלארע זאץ וואס טוט נישט קלאר אנדייטן אויב דער פרעזידענט נעמט אן די ווערסיע פון פוטין, אדער די ווערסיע פון די אמעריקאנער שפיאנאזש דינסט, דער רוסישער אויסערן מיניסטער סערגעי לעבראוו וואס איז אנוועזנד געווען האט געזאגט אז טראמפ האט איינגעשטימט מיט פוטין אז רוסלאנד איז נישט געשטאנען דערינטער, אבער דער אמעריקאנער סעקערטערי אף סטעיט טילערסאן וואס איז אויך אנזוועזנד געווען האט געלייקנט און געזאגט אז דער פרעזידענט האט נישט אנגענומען די אויסרייד פון פרעזידענט פוטין.

ביי די שמועס איז לויט׳ן פרעזידענט נישט דיסוקטירט געווארן דאס אראפנעמען די סאנקציעס פון אמעריקע איבער רוסלאנד שרייבנדיג אז דאס וועט נאר ווערן אראפגענומען נאכדעם וואס די פראבלעמען אין סיריע און אוקראינע ווערן געלעזט, ער האט אויך באריכטעט אז ער האט דיסוקטירט מיט פוטין די מעגליכקייט פון פארעמען א פאראייניגטע איינהייט פון אמעריקאנער און רוסישע עקספערטן צו ארבייטן אינאיינעם אויף סייבער זיכערהייט, א זאך וואס האט ארויסגערופן שפאס און אויפרעגעניש אפילו צווישן רעפובליקאנער, ווי מארקא רוביא האט דערויף רעאגירט ״עס איז אזוי ווי מען זאל ארבייטן אינאיינעם מיט סיריע איבער כעמישע וואפן אנטוויקלונג״ שפעטער האט פרעזידענט טראמפ צוריקגעדרייט און געשריבן אז ער האט עס בלויז דיסקוטירט און עס וועט נישט פאסירן, אבער האט אנגעוויזן אז א דאנק די זיצונג איז שוין אריין אין קראפט א פייער אפשטעל אין טיילן פון סיריע.

בילד: די טראמפ-פוטין סאמיט און אירע נאכפאלגן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל