פרעזידענט טראמפ האט אויף טוויטער זיך צוגעשטעלט צום דויטשן קאנצלערין וועלכע האט פארטיידיגט דעם פרעזידענט׳ס טאכטער איוואנקע טראמפ פאר׳ן איבערנעמען איר טאטנ׳ס פלאץ ביי די דשי-20 סאמיט ווען ער האט געדארפט פארלאזן דעם זיצונג פאר א וויילע. איוואנקע איז געקומען אונטער קריטיק פון פארשידענע ריכטונגען איבער דעם וואס זי האט זיך באקוועמערהייט אריינגעזעצט אינעם בענקל צווישן אלע וועלט פירער, מענטשן האבן דאס באטראכט פאר אומרעספעקטפול און חוצפה׳דיג, קריטיקירער פון טראמפ האבן געזאגט אז דאס איז נישט אקצעפירבאר אז א אומערוויילטע באאמטע זאל פארטרעטן אמעריקע אויף די אינטערנאציאנאלע ארענע בלויז ווייל זי איז טאכטער פונעם פרעזידענט.

טראמפ האט געשריבן ״ווען עס וואלט זיך געהאנדלט פון טשעלסי קלינטאן (די טאכטער פון ביל און הילערי) וואלט שוין יעדער אפלאדירט און געזאגט אז זי זאל לויפן פאר פרעזידענט״. און האט אויך אנגעוויזן אז ווער עס האט פארטיידיגט איוואנקע טראמפ איז נישט געווען קיין צווייטע ווי די דויטשע קאנצלערין אנגעלע מערקעל, נישט קיין גרויסע פריינט פאר׳ן פרעזידענט, אבער זי האט פארטיידיגט איוואנקא זאגנדיג אז דאס איז א העכסט נארמאלע ערשיינונג, יעדער ווייסט אז זי האט א ראלע אין די אדמינסטראציע און איר טאטע האט איר געבעטן צו ערפולן זיין פלאץ פאר  א שטיק צייט, הויפטזעכליך וויבאלד די זיצונג האט באהאנדלט די ראלע פון פרויען אין די וועלט עקאנאמיע, א זאך וואס איז פארבינדען צו די ארבייט פון איוואנקע אין ווייסן הויז.

בילד: פרעזידענט טראמפ פארטיידיגט זיין טאכטער פאר׳ן איבערנעמען זיין פלאץ

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל