דער רעפובליקאנער סענאטאר דשאן מ׳קעין האט נעכטן געזאגט אז ער שאצט אז די רעפובליקאנער העלט קעיר געזעץ וועלכע געפונט זיך יעצט אין סענאט וועט ״אפשטארבן״ און וועט נישט קומען צו קיין אפשטימונג, די געזעץ וועלכע האט שוין געדארפט קומען פאר אן אפשטימונג פאריגע וואך איז דערווייל פארהאנקערט אין די קארידארן פון סענאט און עס קומט פאר א העפטיגע קריג צווישן די רעפובליקאנער איבער דעם געזעץ, און עטליכע רעפובליקאנער סענאטארן האבן געזאגט אז זיי וועלן עס נישט שטיצן, מקעין האט געזאגט אז ער גלייבט אז מען וועט זיך דארפן אראפזעצן מיט די דעמאקראטן און אויסארבייטן אינאיינעם א פרישע פלאן.

עס בלייבט נאך איבער דריי וואכן פאר סענאט צו זיך פאראייניגן אויף א געזעץ פאר די זומער אורלויב אין אוגוסט, דערווייל טוט סענאטאר טעד קרוז פארשלאגן א נייע העלט קעיר קאמפראמיס אונטער וועלכע טיילן פון אבאמא-קעיר וועלן בלייבן אין קראפט בלויז פאר די וועלכע האבן געזונהייט פראבלעמען, און די רעגירונג וועט געבן סובסידיעס פאר די אינדיווידועלן אין טעקס קרעדיטס אדער געלט צו קענען באצאלן די הויכע פרימיום׳ס.

דשאן מ׳קעין: רעפובליקאנער וועלן נישט קענען דורכפירן קיין העלט-קעיר געזעץ (בילד)

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל