ער האט אריינשפאצירט אין איינע פון די לעצט פארבליבענע רעוואלווער געוועלבער אין די סיטי און פארלאנגט מיט א פשטות "צו זען עטליכע רעוואלווערס".. ווען דער געשעפטסמאן האט פארלאנגט פונ'ם די לייסענס האט ער אן פרעגן א צווייט מאל ארויסגענומען א באטעלע מעיס און גענומען שפריצען אויף דעם געוועלבער אין א פארזוך אים צו פאר'טושען דעם מח פאר א מינוט.

יענע מינוט האט ער גענומען דעם צווייטען געווער, א האממער, און אויסגעקנאקט די שאו-קעיס און אנגעהויבן זיין שימת עין עליהם.. ווען דער געשעפטסמאן האט זיך נישט פארלוירן און האט בשעת מעשה טאקע געלאזט דעם רויבער זען און שפירן וואספארא טעיסט די גאנס ‏האבן..

דער האט געהויבן פיס און אנטלאפן ווי די שווארץ פעפער וואקסט.

ווען פאליציי זענען אנגעקומען האבן זיי אנגעהויבן נאכגיין‏ די טרעיל בלוט ביז זיי האבן דערגרייכט די לעצטע טראפקעלע, אבער דער חברה'מאן איז נישט דארט געווען.

דערווייל האבן זיי נישט געטראפן דעם שגץ, טראץ נאכן מבקר חולה זיין די ארומיגע שפיטעלער.

בילד: א וואגאבונד האט געוואלט באקומען א גאן, אבער דערווייל האט ער באקומען א טועמי' דערפון...

פון פליגל פון אייוועלט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל