א 29-יעריגע פארברעכער האט אריינשפאצירט אינעם 83'סטען פריסינקט שטאנציע און פארלאנגט אינפארמאציע אויף חברו בדומה לו וואס איז אקורשט ארעסטירט געווארן.

אן אפיצירקע איז ארויסגעקומען צונ'ם אינעם ווארט-זאל און אנגעהויבן רעדן מיט'ם, ווען דער האט פשוט אויסגעשטרעקט זיין הענט צו פארכאפן דעם ביקס פונעם האלטער.

די אפיצירקע האט זיך געשטארקט און אים בייגעקומען און ארעסטירט. א ריכטער האט אים געלאזט פריי גיין אן אראפשטעלן בעיל נאכן האבן אדורכגעגאנגען די סענטראל בוקינג פראצעדור.

עס שטעלט זיך ארויס אז דער איז גייסטיש קראנק און האט שוין עטליכע מאל אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט זיך געוואלט נעמען דאס לעבן.

די יוניאן פירער זענען שרעקליך ברוגז דערויף פארן ארויסלאזן אזא איינעם פראנק און פריי נאכדעם וואס אזוינע אומסטאבילע פארשוינען מיט קרומע קעפ האבן שוין אנגעמאכט געפערליכע צרות, איינס אזוינס היצט ממש ווען א פאליס אפיצער איז גע'הרג'ט געווארן פון א וואגאבונד, לאזט מען אזא איינעם פריי?

בילד: פארשוין פראבירט צו בארויבן גאן פון פאליציאנט אין פריסינקט

פון פליגל פון אייוועלט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל