ניו יארק. - די רייזעס ביים קענעדי עירפארט זענען געשטערט געווארן קורץ נאכדעם וואס א רייע טוירטלס האבן זיך אויסגע'שורה'ט דורכצוגיין איינע פון די ראנוועיס און מ'האט געמוזט האבן דרך ארץ פאר זיי און אפשטעלן די עראפלאנען רייזעס. די פארט אויטאריטעט האט געמאלדן אז אזויפיל ווי 50 דיימאנדבעק טעראפין סארט טוירטלס זענען ארויסגעקראכן פונעם דזשאמעיקא בעי, און האבן זיך געוואלט אריבערציען צו אן אנדער ארט, אריינקומענדיג אינעם שטח פונעם עירפארט. מ'האט געמוזט ווארטן ביז זיי גייען אריבער צו זייערע אנדערע ערטער. די זאכן קומען פאר יעדן זומער, אין יוני-יולי, ווען מאסן פון די טוירטלס קריכן ארויס פון די טייכן און ציען זיך אריבער צו די וועלדער.

בילד: טוירטלס בלאקירן ראנוועי ביי קענעדי עירפארט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל