קאנאדא. - טויזענטער אמעריקאנער און קאנאדער האבן געמוזט נעכטן אנטלויפן פון זייערע הייזער צוליב די בושעווענדע וואלדפייערן וואס האבן די וואך געברענט. אין בריטיש קאלאמביע, קאנאדא, האבן די וואלדפייער פייערלעשער זיך געספראוועט מיט 200 באזונדערע וואלדפייערן, וועלכע האבן פארניכטעט מערערע געביידעס, אריינגערעכנט עטליכע הייזער און 2 געביידעס ביי אן ארטיגן עירפארט. די גרעסטע פון די פייערן, 5-8 סקווער מייל גרויס, האט געצוואונגען טויזנטער מענטשן צו אנטלויפן פון זייערע הייזער. אין צפון קאליפארניע האט א וואלדפייער פארניכטעט צען הייזער, און האט פארטריבן 750 מענטשן פון זייערע הייזער. אין דרום קאליפארניע האט מען זיך געפלאגט צו פארלעשן צוויי העלישע וואלדפייערן. אין קאלאראדא און אין אריזאנע האבן אויך געפלאקערט העלישע וואלדפייערן.

בילד: טויזנטער אמעריקאנער און קאנאדער אנטלויפן פון וואלדפייערן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל