ווירדזשיניע. - א גרופע נאציאנאליסטן פון דער פארהאסטער קו קלוקס קלען גרופע האבן זונטאג אפגעהאלטן א ראלי פון א שעה צייט, אויף די גאסן פון שארלאטסוויל, ווירדזשיניע, צו פראטעסטירן קעגן די פלענער צו באזייטיגן א סטאטוע פון גענעראל לי, איינער פון די הויפט גענעראלן וואס האבן געפירט די שלאכטן פאר די קאנפעדערעיטס, די דרום שטאטן וואס האבן זיך אפגעריסן פון אמעריקע פאר 150 יאר צוריק און האבן געקעמפט אנצוהאלטן שקלאפעריי. אין די דרום סטעיטס זענען די קאנפעדערעיטס געווען לאנגע יארן געערט, און פילע סטאטוען פון קאנפעדערעיטס העלדן פלאטערן אין די שטעט און שטעטלעך, אבער זינט דער בלוטיגער ראסיסטישער אטאקע פון דעם מערדער דיילען רוף אויף א קירכע פון שווארצע אין נארט קאראלאינע, האט מען זיך גענומען באזייטיגן די סטאטועס, א זאך וואס האט פיל אויפגעברויזט די ראסיסטן, און ספעציעל די קו קלוקס קלען מיטגלידער.

בילד: סטאטוע פון גענעראל לי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל