סנאובוירד, יוטא. - א יוטא מאן האט געפייערט זיין 100'טן געבורטסטאג, דורך סקיען אויף די שניי אינמיטן זומער, וואס ער גלייכט שטארק. אן ארטיגע שניי גליטש פירמע, סנאובוירד סקי רעזארט, האט אויסגענוצט די פובליסיטי, און היות דארטן אין די הויכע בערג פון יוטא איז נאך גענוג קאלט, אז מ'קען מאכן פאלשע שניי און עס האלט זיך פאר א טאג צוויי, האט זי געלאזט די שניי מאשינען אין גאנג, און מ'האט ערצייגט א שטיקל שטרעזל פון שניי, און דער אלטער מאן האט זיך געגליטשט דערויף. דאס לעבן איז קורץ, האט ער געזאגט פאר די ארומיגע, אפילו 100 יאר איז צי ווייניג, מאכט זיכער אויסצונוצן יעדע מינוט. דער אלטער מאן האט אנגעהויבן זיין שניי גליטשן קאריערע שוין 50 יאר צוריק

בילד: מאן פייערט 100'טן געבורטסטאג דורך סקיען אויף שניי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל