וואשינגטאן. - פרעזידענט טראמפ האט מקיים פסק געווען און האט אויפגעשטעלט די ספעציעלע קאמיסיע צו פארשן וואלן שווינדלערייען. דאס איז געווען נאכדעם וואס נאכ'ן איינגעשוואוירן ווערן אלס פרעזידענט האט טראמפ זיך גע'כעס'ט אויף די וועלכע האבן געזאגט אז פרוי קלינטאן האט געווינען מיט 3 מיליאן שטימען מער ווי אים, דורך טענה'ן אז קלינטאן האט באקומען מיליאנען אומלעגאלע שטימען. די נייע קאמיסיע איז אויפגעשטעלט געווארן כדי צו פארשן די אומלעגאליטעטן ביי די פארגאנגענע וואלן, און די קאמיסיע האט ארויסגעשיקט פראגע בויגנס און פארלאנגען פאר אינפארמאציע צו די וויילער סיסטעמען פון אלע סטעיטס. 14 סטעיטס האבן שוין געזאגט א גרויסן ניין, זאגנדיג אז ס'איז נישטא קיין שום באווייזן פון וויילער פעלשונגען, און אז די אינפארמאציע איבער וויילער איז נישט געמאכט ארויסצוגעבן סתם אזוי פאר א קאמיסיע וועלכע איז סתם אין א טייוול געיעג צו טרעפן באשולדיקונגען. אין די פארלאנגען האט די קאמיסיע פארלאנגט די נעמען, די לעצטע פיר נומערן פונעם סאושעל סעקיוריטי נומער, אדרעסן, געבורט דאטומען, פאליטישע אפיליאציעס, פעלאני שולד געפינסן און וויילער היסטאריעס פון אלע וויילער פון די ספעציפישע סטעיטס.

בילד: סטעיטס האלטן נישט ביים קאאפערירן מיט טראמפ וויילער אויספארשונגען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל