וואשינגטאן. - פרעזידענט טראמפ האט נאך זיין מיטינג מיט'ן רוסישן פרעזידענט פוטין, פארגאנגענעם פרייטאג ביים דזשי. 20 סאמיט אין האמבורג, געמאלדן אין א טוויטער מעסעדזש, אז עס איז געווען א גוטער מיטינג, און אז ער און פוטין וועלן אינאיינעם אויפשטעלן א סייבער-קריים אפטיילונג כדי צו באקעמפן קרימינאלן וואס אטאקירן פירמעס און רעגירונגען דורך העקערייען. אפילו די רעפובליקאנער שטיצער האבן נישט געקענט כאפן צי ס'איז א פעיק ניוס פאלשער באריכט, אדער א ריכטיגער מעסעדזש פון טראמפ. טייל געזעץ-געבער האבן פארגעשלאגן אז מען קען אויך אויפשטעלן א ספעציעלע אפטיילונג צו באקעמפן כעמישע וואפן אטאקעס אינאיינעם מיט אסאד פון סיריע, און אן אפטיילונג קעגן עראפלאנען אין געביידע באמבארדירונגען אינאיינעם מיט על קאידא.

בילד: טראמפ וויל אויפשטעלן סייבער-קריים אפטיילונג מיט רוסן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל