מיאמי, פלארידע. - א באנק רויבער האט געדארפט רויבן א קאר כדי צו קענען דורכפירן די באנק רויבעריי, האט ער אויסגעקליבן צו פארכאפן א ווען פון א כשר'ער אידישער בעקעריי. דער איד, זעק שטערן, האט פארציילט אז דער רויבער האט פארכאפט איינע פון די טראקס פון די זעקס בעקעריי דעליווערי טראקס, בשעת ס'האט געהאט אין זיך די פרישע ברויטלעך. דער רויבער איז צוגעפארן צו א לאקאלן באנק, וואו ער האט אויסגעשאסן מיט'ן ביקס 2 מאל אין דער לופטן, געדראעט דעם באנק טעלער, פארלאנגט געלט און באוויזן זיך אפצוטראגן מיט'ן געלט. דער ווען איז שפעטער געפונען געווארן אין דער אומגעגענט פון 6300 מענאר דרייוו, סאוט מיאמי, פלארידע, אומגעשעדיגט. ס'איז נישט קלאר געווען צי דער גנב האט זיך צוגעכאפט צו די ברויטלעך נאכ'ן אוועקפארן פון דער גניבה הונגעריג.

בילד: כשר'ע בעקעריי'ס ווען גענוצט דורך באנק רויבער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל