פיניקס, אריזאנע. - א אידישע פאמיליע אין פיניקס, אריזאנע, האט באשלאסן צו לאזן די האקנקרייצן וואס וואנדאלן האבן אנגעפירקלט אויף זייער פאסט באקס, אפן פאר יעדן, און אומפארמעקט, כדי צו געבן דערמיט א סטעיטמענט. די געשיכטע האט פאסירט פארגאנגענעם דאנערשטאג, ווען די סימאנס פאמיליע האט זיך אומגעקערט אהיים, נאך א וואקאציע, און האבן געפונען דאס ווארט 'איד,' און א האקנקרייץ אויפגעשריבן אויף זייער פאסט-באקס. א שכן האט עס שוין געהאט פארדעקט און האט אויסגעדרוקט שאקירונג. אבער די פאמיליע האט באשלאסן עס צו האלטן אפן און אומפארדעקט, און ערשט אינעם צוקונפט וועלן זיי עס אפמעקן.

בילד: אידישע פאמיליע וויל נישט אפמעקן האקנקרייצן אויף פאסט באקס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל