צפון קארעא. - צפון קארעא האט אויסגעדרוקט אויפברויז נאכדעם וואס אמעריקאנער בי. 1 באמבארדיר עראפלאנען, וועלכע זענען געפלויגן אין באגלייטונג פון דרום קארעאר און יאפאנעזער קאמפס עראפלאנען, האבן דורכגעפירט א מיסיע איבער וויאזוי זיי קענען ווען דורכפירן א באמבארדירונג אויפ'ן צפון קארעאר באדן. צפון קארעא האט עס באצייכענט אלס א פראוואקאציע און אלס א גאר שעדליכע זאך. די אמעריקאנער בי. 1 באמבארדירער האבן ביי דער מיסיע אראפגעווארפן עטליכע דאמי באמבעס. פליענדיג אין באגלייטונג פון דרום קארעאר עף. 15 און עף. 16 עראפלאנען. דאן זענען די בי .1 עראפלאנען, אינאיינעם מיט יאפאנעזער עף. 2 קאמפס עראפלאנען, צוריקגעפלויגן העכער'ן מזרח כינע ים, צוריק קיין גואם, וואו די אמעריקאנער באמבארדירער עראפלאנען באזעס זענען קווארטירט.

בילד: צפון קארעא פארדאמט באמבארדירונגען פראקטיצירונגען פון אמעריקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל