אנקארא – די טערקישע רעגירונג האט נעכטן געמאלדן, אז זי האט געשיקט הילף פאר דער קאטארישער רעגירונג, וועלכע איז יעצט איזאלירט פון די איבריגע אראבישע לענדער אינעם ראיאן נאכדעם וואס סאודי אראביע האט ארקעסטרירט אן אקציע אז אלע אראבישע גרויסמאכטן זאלן אפהאקן מיט קאטאר צוליב באשולדיגונגען אז זי שטיצט טעראר. דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ ערדואן פרובירט צו גיין צווישן די טראפן, ווען פון איין זייט וויל ער זיך אננעמען פאר קאטאר'ס רעכטן, און פון די אנדערע זייט וויל ער נישט אז סאודי אראביע זאל אויף אים ברויזן, אבער וויכטיגער פון אלעם איז פאר ערדואן צו שפילן ווי דער שלום מאכער אינעם ראיאן, און דאס האט ער נעכטן געטאן, פירנדיג געשפרעכן מיט סאודיער פירער איבער'ן צושטאנד מיט קאטאר, ווען אין דער זעלבער צייט האט דאס טערקישע מיליטער אריינגעשיקט א ריזיגע שיף אנגעפילט מיט עסנווארג, און אויך 5 באוואפנטע טרעקלעך און 23 זעלנער, ארויסצוהעלפן צו האלטן ארדענונג אין קאטאר.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל