א טאג נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט גענומען קרעדיט פאר די קריזיס און געזאגט אז עס איז מעגליך ״די אנהויב פון די ענדע פון טעראר״, האט דער פרעזידענט גענומען די איניציאטיוו פון  לייזן דעם דיפלאמאטישן קריזיס צווישן די קעניגרייך אין קאטאר מיט אנדערע אראבישע לענדער, אריינגערעכנט סאודי אראביע, עגיפטן, באכרעין און די אראבישע אמיראטן. דער פרעזידענט האט היינט געהאט א טעלעפאנישע געשפרעך מיט ״עמיר״ פון קאטאר אין וועלכע ער האט איבערגעשמועסט מיט אים וויאזוי עס איז מעגליך צו לייזן דעם קריזיס.

אין די זעלבע צייט האט טערקיי פארשטערקערט אירע באציאונגען מיט קאטאר אין א פרואוו צו דערלאנגען א פאליטישע פראסק פאר סאודי אראביע. די פארליאמענט אין טערקיי האט געשטימט פאר א געזעץ וואס וועט דערלויבן פאר טערקישע סאלדאטן צו ווערן סטאנציאנירט אין קאטאר. אזוי אויך האבן אנאליסטן געזאגט אז עס איז מעגליך אז רוסלאנד שטייט אונטער דעם ריס אין א פרואוו צו צוברעכן די סונישע קאאליציע, וויבאלד א טייל פון די אנגעצויגנקייט קומט פון אומבאשטעטיגטע באריכטן און פאלשע נייעסן וועלכע האבן קורסירט אויף די אינטערנעט און קען מעגליך קומען פון רוסלאנד.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל