דער געוועזענער עף-בי-איי דירעקטאר דשעימס קאומי האט אריינגעגעבן פאר סענאט א געשריבענעם סטעיטמענט אין בעפארברייטונג צו זיין מארגנדיג פארהער פאר׳ן סענאט אין וועלכע ער לייגט ארויס הארבע באשולדיגונגען קעגן דעם פרעזידענט, און זאגט אז דער פרעזידענט האט אים געבעטן צו ענדיגן די אויספארשונג איבער מייקל פלין, און אזוי אויך אז ער האט אים געזאגט אז ער ערווארטעט פון אים פערזענליכע געטריישאפט.

לויט די סטעיטמענט האט טראמפ אים געזאגט ״פלין איז א פיינער מענטש, טרעף א וועג אים צו לאזן לויפן״. אין די סטעיטמענט שרייבט קאומי אז ער האט געהאט געשפרעכן מיט טראמפ אין 9 באזונדערע געלעגנהייטן און דריי דערפון זענען געווען פריוואטע אוידיענצן, און אז דער פרעזידענט האט געוואלט אז ער זאל פארפענטליכן אז דער פרעזידענט איז נישט קיין טייל פון די אויספארשונג איבער די רוסישע אינטערווענץ, און ווען ער האט אנטזאגט האט דער פרעזידעט געזאגט ״איך דארף געטריישאפט, איך ערווארטעט געטריישפאט״. קואמי האט דערויף געענטפער אז ער קען נישט צוזאגן געטריישאפט, אבער קען צוזאגן צו זיין אפן און אויפריכטיג.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל