אין ליכט פון די לעצטע אנטוויקלונגען איבער די אויספארשונג ארום די אנגעבליכע אינטערווענץ פון רוסלאנד אין די אמעריקאנער וואלן, האט די אויספארשונג קאמיטע אין סענאט אראפגערופן פאר אויספארשונגען דעם דירעקטאר פון נאציאנאלע שפיאנאזש דען קאוטס און דער דירעקטאר פון די נאציאנאלע זיכערהייטס אגענטור מייק ראדשערס פאר א פארהער, זיי זענען צווישן אנדערע געפרעגט געווארן אויב זיי זענען אויסעגשטאנען דרוק פונעם ווייסן הויז צו ענדיגן די אויספארשונג ארום רוסלאנד - אזוי ווי קאומי האט באריכטעט אז ער האט באקומען - האבן ביידע געענטפער אז עס איז נישט געווען קיין דרוק אויף זיי.

אבער ווען דער רעפובליקאנער סענאטאר מארקא רוביא האט זיי געפרעגט אויב דער פרעזידענט האט זיי געבעטן אדער פארלאנגט צו זיך אריינמישן אין די אויספארשונג האבן זיי זיך אנטזאגט פון ענטפערן די פראגע. אין די זעלבע צייט ווארט מען מיט שפאנונג אויף די מארגנדיגע פארהער ווען דער אפגעזאגטער עף-בי-איי דירעקטאר דשעימס קאומי וועט אויפטרעטן און איז ערווארטעט צו באשולדיגן דעם פרעזידענט אין פרובירן זיך צו אריינמישן אין די אויספארשונג, די פארהער איז ערווארטעט צו ווערן מיטגעהאלטן לעבעדיג דורך מיליאנען מענטשן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל