ווי באריכטעט נעכטן איז ווי עס זעהט אויס א שווארצע קאץ דורכגעלאפן צווישן אטוירני דשענעראל דשעף סעשאנס און פרעזידענט טראמפ. די צוויי וועלכע זענען אמאל געווען געשוואוירענע פריינט זענען אויף מעסער שטעך די לעצטע וואכן, סעשאנס איז געווען פון די ערשטע שטיצער פון די טראמפ פרעזידענטליכע קאמפיין, אבער דער פרעזידענט האט פארלוירן צוטרוי אין אים לעצטנס, אין ליכט פון זיין נייטראלע שטעלונג אין די רוסישע אויספארשונג, און אזוי אויך טוט טראמפ אים באשולדיגן אין נישט גענוג פארטיידיגן זיין רייזע פארבאט.

אינערליכע קוועלער אינעם ווייסן הויז האבן נעכטן געזאגט אז אין א היציגע ווערטער אויסטויש צווישן דעם פרעזידענט און סעשאנס האט דער אטוירני דשענעראל געזאגט פאר׳ן פרעזידענט אז ער איז גרייט צו רעזיגנירן פון אמט אויב די באציאונגען האלטן אזוי ווייטער אן. אזוי אויך האט דער ווייסער הויז פרעסע סעקעטאר שאן ספייסער זיך אנטזאגט צו ענטפערן נעכטן אויב דער פרעזידענט האט נאך אלס צוטרוי אינעם אטוירני דשענעראל.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל