פרעזידענט טראמפ האט היינט מיטוואך געמאלדן אז ער האט באשלאסן צו נאמינירן קריסטאפער רעי (Christopher Wray) אלס קומנדיגער עף-בי-איי דירעקטאר. רעי איז א קרימינאלע אדוואקאט, און האט געדינט אלס שפיץ פון די קרימינאלע אויספארשונג אפטיילונג פון די יוסטיץ דעפארטמענט אונטער פרעזידענט בוש דער צווייטער. דער פרעזידענט האט געמאלדן איבער זיין באשלוס אויף טוויטער, און אים דערביי אויסגעלויבט אלס א מענשט מיט אויסטערלישע קוואליפיקאציעס. פרעזידענט טראמפ האט אין אנהויב געהאט א ליסטע פון 8 קאנדידאטן, אבער רעי איז נישט איינער פון זיי, דעריבער איז די אויסוואל איבעראשנד.

רעי ווערט באטראכט אלס א גלענצנדע אויסוואהל. ער געניסט פון א גאר גוטע רעפוטאציע פון זיינע יארן אינעם יוסטיץ דעפארטמענט, ספעציעל אין די טעג נאך די ספעטעמבער 11 אטאקעס ווען ער האט קאארדינירט די באמיאונגען פון די יוסטיץ דעפארטמענט צו אפשטעלן טעראר. רעי וועט דארפן אריבערגיין א באשטעטיגונג פראצעדור אין סענאט, ווי ער איז ערווארטעט צו ווערן באשטעטיגט נעמנדיג אין באטראכט אז ער איז א זעלבסשטענדיגער און רעספעקטפולער מענטש, און וועט נישט געזען אלס איינער וואס וועט דינען אלס משרת פאר׳ן פרעזידענט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל