מען איז שוין איינגעוואוינט צו הערן פון נארט קארעא סטראשונקעס און קריטיק איבער אמעריקאנער אימפעריאליזם און קאלאניאליזם, אבער היינט האט נארט קארעא ארויסגעגעבן א שארפע סטעיטמענט אין וועלע זיי קריטיקירן די טראמפ אדמניסטראציע איבער דעם וואס זיי האבן זיך ארויסגעצויגן פון די פאריזער פארשטענדענישן איבער קלימאט טויש, א אפמאך וועלכע איז אונטערגעשריבן געווארן דורך 200 לענדער אריינגערעכנט נארט קארעא. די רעזשים האט עס אנגערופן ״א קורצזיכטיגע און נער'ישע באשלוס״, צולייגנדיג אז גלאבאלע אנווארעמונג איז א געפאר וועלכע באדראעט אלע וועלט לענדער אייניג, און די פאקט אז אמעריקע איז די איינציגע ציוויליזירטע לאנד וועלכע איז נישט קיין טייל דערפון ״צייגט אויף די עגאיסטישע און קאפיטאליסטישע נאטור פון אמעריקע״.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל