די לעצטע צוויי בלוטיגע טעראר אטאקעס אין ענגלאנד האבן נישט געקענט קומען אין א ערגערע צייט פאר די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע טערעזע מעי, זי און איר רעגירונג קומען אונטער שארפע קריטיק פאר׳ן נישט טון גענוג צו פארמיידן ביידע טעראר אטאקעס, און איבערהויפט נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז די טעראריסטן זענען געווען באקאנט פאר די אויטאריטעטן.

ווען מעי האט פאררופן די וואלן איז זי געווען גענצליך פארזיכערט מיט א גרינגע זיג, און זי האט געהאפט צו פארשטערקערן איר פארטיי'ס מאיאריטעט אין פארליאמענט, אבער אין די לעצטע טעג טוט די לעיבאר פארטיי איבעראשן די פאליטישע וועלט און ציהט אן גאנץ שטארקע שטיצע טראץ וואס אין שפיץ פון איר פארטיי שטייט דער אומפאפולערער אויסגעשפראכענער סאציאליסט דשערעמי קארביין. די לעצטע ציפערן טוען שטארק באזארגן מעי שטייענדיג בלויז א טאג פאר די וואלן.

אין א סטעיטמענט וועלכע ווערט געזען ווי א פרואוו צו צייגן שטייפקייט איבער טעראר האט מעי געזאגט אז ענגלאנד וועט מוזן אפנויגן פון אינטערנאציאנאלע סטאנדארטן איבער מענטשן רעכט, און מעגליך זיך ארויסציען פון די אייראפעישע מענטשן רעכט אפמאכן צו קענען האבן מער קאנטראל איבער נאכגיין אינדיווידועלע מענטשן וואס ווערן פארדעכטיגט אין טעראר.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל