מאסיווע זוכענישן גייען אן אין די וואסערן ארום מיאַנמאַר נאכדעם וואס א מיליטערישע פליגער וועלכע האט געטראגן 120 סאלדאטן איז פארשווינדען געווארן אים ים אריין. די כינעזער-געמאכטע טראנספארט פליגער איז געווען אויפן וועג צו א רוטינע מיסיע ווען זי האט פארלוירן קאנטאקט מיט די קאנטראל טורעמס און מען האט נישט געקענט קומען אויף אירע שפורן. טראץ וואס יעצט איז די מאנסאן סעזאן אין מיאַנמאַר ווען עס זענען דא פולע שטורעמס זאגט די מיליטער אז די וועטער איז געווען קלאר ווען די פליגער האט זיך געהויבן. די מיליטער האט איינגעשפאנט אלע אירע נעיווי שיפן און פליגערס פאר די זוכענישן, און דערווייל איז נישטא קיין צייכנס פון די פארלוירענע פליגער.

די פליגער איז א רעלאטיוו נייע און פארגעשריטענע פליגער וועלכע די דארטיגע מיליטער האט באקומען פון כינע אין 2016 און איז דערווייל געפלויגן בלויז ארום 800 שטונדן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל