דובאי – די רעגירונג אין דובאי האט ארויסגעשטעלט אויף פובליק אויסלייג א ראבאטישע מאשינקע, וועלכע וועט אפיציעל קריגן פאליצייאישע מונדירן און פאליצייאישע אידענטיפיקאציע, און ווערן אנגעשלאסן אין דער לאקאלער פאליציי דעפארטמענט, צו העלפן מיט'ן זאמלען אינפארמאציע און באווייזן ביי קרימינאלע סצענעס, און שנעל פראצעסירן די אינפארמאציע צו אידענטיפיצירן די שולדיגע. ביז היינט איז דער געדאנק פון א "ראבאטישער פאליציי אפיציר" געווען סתם פיקציע און פאנטאזיע, אבער דובאי צילט עס צו פארוואנדלען אין א רעאליטעט, און זי טוט עס דורכ'ן אריינשטעלן די וואך איר סאמע ערשטן ראבאט אפיציר אין אמט. ווי די שטאטישע באאמטע זאגן, האבן זיי א ציל אז אויף יאר 030' וועט 25 פראצענט פון דובאי'ס פאליציי קראפט באשטיין פון ראבאט אפיצירן, און דאס וועט סיי העלפן שנעלער פראצעסירן קרימינאלע סצענעס און קעיסעס, און אויך וועט עס עווענטועל שפארן א סאך געלט, ווייל אזא ראבאט אפיציר קען ארבעטן 24 שעה א טאג, 7 טעג א וואך, און ברויך נישט קיין שלאף אדער וואקאציעס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל