כינע – די כינעזער עקאנאמיע וואקסט און בליעט, נישט אזוי? ניין, גאר ווייט דערפון. די כינעזער עקאנאמיע'ס גאלאפ האט זיך פיל פארלאנגזאמט אין די לעצטע פאר מאנאטן, און איין ארט וואו עס האט דאס שטערקסטע אויסגעקלאפט, איז דער כינעזער ריעל עסטעיט מארקעט. כינע איז באקאנט אלס א לאנד וועלכע בויעט און בויעט אן קיין אויפהער, און יעדעס יאר זעט מען נייע גרויסע וואלקנקראצער געביידעס פאר אפיסעס און געשעפטן אין בעיזשינג, שאנכאי און אנדערע גרויסע שטעט – אבער די רעאליטעט איז אז אין די לעצטע שטיק צייט שטייט ליידיג א ריזיגער פראצענט פון די אלע געביידעס. אויב וויל מען פארשטיין דעם צושטאנד פונעם כינעזער ריעל עסטעיט מארקעט, דארף מען בלויז קוקן אויפן "שאנכאי טאוער", וועלכע איז כינע'ס העכסטע געביידע און די וועלט'ס צווייט-העכסטע, זייענדיג 128 שטאקן הויעך. עס איז שוין געענדיגט געווארן מיט 3 יאר צוריק, און פונדעסטוועגן שטייט עס נאך האלב ליידיג, וואס ווי די דעוועלאפערס זאגן איז די סיבה ווייל ביזנעסער זוכן מער נישט איינצושטיין אין הויכע סימבאלישע געביידעס, צוליב די פארלאנגזאמטע עקאנאמיע, און וועלן זוכן ענדערש ביליגער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל