מאנהעטן – מען האט געהערט גרויס אויפברויז און א רוף צו טאן עפעס וועגן די פארעלטערטע סאבוועי סיסטעמען אין ניו יארק סיטי, נאכדעם וואס א ניו יארק סאבוועי באן איז מאנטאג פארנאכטס געבליבן שטעקן אין א טונעל פאר כמעט א שעה צייט, אן קיין לעקטער אדער עיר קאנדישאן. דער אינצידענט האט פאסירט אויפ'ן עף באן אינעם טונעל נעבן דער בראדוועי-לאפאיעט סטאנציע, ארום 6:30 פארנאכטס, ווען די לייטס און עירקאנדישאן אויף דער באן האבן זיך צעבראכן און די באן האט זיך אפגעשטעלט. נאכ'ן ווארטן כמעט א שעה פארכאפט אין דער באן, האט מען געברענגט נאך א באן וועלכע האט ארויסגעשטופט די שטעקן געבליבענע באן פון דעם טונעל און נאך נאך א פערטל שעה, זענען ערשט די פאסאזשירן ארויסגעלאזט געווארן פון דער צעבראכענער באן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל