ניו יארק – א פעדעראלער ריכטער האט נעכטן געאורטיילט אז די ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט קען געקלאגט ווערן פאר זייער באנוץ פון "גערודער קאנאנען". די ספעציעלע קאנאנען ווערן לעצטנס גענוצט ביי ווילדע פראטעסטן אין דער סיטי, ווען די פאליציי וויל פארטרייבן און פארשפרייטן פארזאמלטע, דורכדעם וואס די קאנאנען געבן ארויס א הויכן גערודער אז עס איז אומטאלערירבאר און צווינגט צו אנטלויפן פונעם ארט. 5 פארשוינען קלאגן די סיטי פאליציי אז זיי האבן געליטן ערנסטע פארלוסטן צו זייער הער-קראפט א דאנק די גערודער קאנאנען, און א פעדעראלער ריכטער האט געזאגט אז זייער קלאגע קען גיין פאראויס, וויבאלד די גערודער קאנאנען גייען אריין אין דער קאטעגאריע פון "נוצן איבריגע מאכט".



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל