וואשינגטאן סטעיט – סיאטעל איז געווען די נייעסטע גרויסע סיטי אין אמעריקע צו באשטעטיגן א ספעציעלן שטייער אויף זיסע געטראנקען, ווען דער ארטיגער מעיאר האט אונטערגעשריבן א ביל וואס דער סיטי קאונסיל האט באשטעטיגט עטליכע טעג צוריק. דאס געזעץ רופט פאר א שטייער פון 1 דאלער און 75 צענט פער אונץ זיסע סאדע, און די סאדע דיסטריביוטערס, ווי פעפסי און קאקא קאלא, וועלן דארפן באצאלן די שטייערן – וואס אויטאמאטיש דערווארט מען אז די זיסע סאודעס וועלן קאסטן טייערער אין דער סיטי, אבער אינטערעסאנט איז אז דער סיאטעל זיסע סאדע שטייער לאזט ארויס דיעטע זיסע סאדע פונעם שטייער. די געלטער וואס די סיטי קאסע וועט אריינבאקומען פונעם שטייער, וועט גיין צו העלפן פובליק געזונטהייט און פאר נייע ערציאונג פראגראמען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל