ניו יארק – די איינפלוסרייכע מוסולמענער גרופע "אמעריקען איסלאמיק רילעישאנס" האט אריינגעגעבן א גרויסע דיסקרימינאציע אנקלאגע קעגן דער שיפינג פירמע יו-פי-עס, באשולדיגנדיג די פירמע אין רעליגיעזער דיסקרימינאציע. די קלאגע איז אריינגעגעבן געווארן ספעציפיש קעגן דער מינעסאטע אפטיילונג פון דער פירמע, באזירט אויף די טענות פון א גרופע מוסולמענער איינגעשטעלטע, אז די מענעדזשערס אינעם יו-פי-עס צענטער וואו זיי ארבעטן לאזן זיי נישט דורכפירן די מוסולמענער פרעפלערייען אין דער צייט וואס זיי דארפן ארבעטן. די מוסולמענער ארבעטער זאגן אז ביז יאר 14' האבן זייערע מענעדזשערס זיי ערלויבט צו פרעפלען אינמיטן ארבעטן, ס'זאל זיין לויט די מוסולמענער טראדיציעס, אבער דאן זענען אריינגעקומען שטייפערע מענעדזשערס וועלכע האבן דערקלערט אז ארבעטס-צייט איז ארבעטס-צייט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל