וואשינגטאן – אין דער פאליטישער וועלט קוקט מען ארויס גאר שטארק אויף מארגן דאנערשטאג, ווען דער געוועזענער עף-בי-איי דירעקטאר, דזשעימס קאומי, וועט אויפטרעטן פאר'ן סענאט שפיאנאזש קאמיטע, און מען ערווארט אז ער וועט ארומרעדן איבער זיינע פריוואטע געשפרעכן וואס ער האט געהאט מיט דאנאלד טראמפ, וואס די מידיא האט באריכטעט עטליכע וואכן צוריק אז ביי איינס פון די געשפרעכן האט אים טראמפ געבעטן אפצולאזן די רוסלאנד אויספארשונג. טראמפ איז געסקעדזשועלט צו געבן א רעדע פאר א קאנסערוואטיווע פאליטישע גרופע אין דער זעלבער צייט וואס קאומי וועט אויפטרעטן, אבער ווייסע הויז קוועלער האבן אויך געזאגט אז טראמפ וועט ווארשיינליך לעבעדיג מיטהאלטן גרויסע טיילן פונעם קאומי אויפטריט און וועט ארויסשיקן נאכאנאנדיגע מעסעדזשעס און רעאקציעס דורך "טוויטער".



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל