ענגלאנד – א כשר'ע רעסטוראנט אין מאנטשעסטער, ענגלאנד איז דירעקט אונטערגעצונדן געווארן מאנטאג אינמיטן נאכט, און די פאליציי פארשן עס אלס אן ארסאן אטאקע. די "דזשעי עס קאושער רעסטוראנט", אין פרעסטוויטש, צפון מאנטשעסטער, איז פארכאפט געווארן אין ערנסטע פלאמען און די פייערלעשער האבן געארבעט מער ווי א שטונדע צו פארלעשן דאס פייער, וואס בחסדי ה' איז קיינער נישט פארוואונדעט געווארן. עס איז ארויסגעברענגט געווארן, אז דער רעסטוראנט איז די עלטסטע כשר'ע רעסטוראנט אין מאנטשעסטער, סערווירנדיג אידישע קאסטומערס שוין גאנצע זעכציג יאר, אבער טראצדעם זאגן נישט די פאליציי אז ס'איז קלאר אנטיסעמיטיזם אונטער'ן מאטיוו פון דעם ארסאן פייער. זיי זוכן הילף פונעם פובליק עס אויסצופארשן, און דערווייל איז נאך קיין ארעסט נישט געמאכט געווארן.














קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל