ארעגאן – א שילד וועלכע באשולדיגט אז אידן זענען פאראנטווארטליך פאר די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס אין אמעריקע, אן אלטע אנטיסעמיטישע און לעכערליכע קאנספיראציע, איז אויפגעהאנגען געווארן אויף א פיסגייער בריקל העכער אן אינטערסטעיט שאסיי אין פארטלאנד, ארעגאן. דער שילד, וועלכע האט זיך געלייענט "אידן האבן געמאכט 9/11", האט געהאנגען אויף ביידע זייטן פון דער בריק, און עטליכע פיסגייער, וועלכע האבן דאס באמערקט, האבן באלד אלארמירט די פארטלאנד פאליציי דעפארטמענט, אבער די פאליציי האט נישט געוואלט אראפקומען, נאר געזאגט אז דאס איז דער פראבלעם פון דער ארעגאן טראנספארטאציע דעפארטמענט. עמיצער האט אראפגענומען דעם שילד עטליכע שעה שפעטער, בעפאר מען האט געהערט אן אנטווארט אדער סטעיטמענט פון די טראנספארטאציע אויטאריטעטן.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל