סיריע – נעכטן האבן די אמעריקאנער-געשטיצטע רעבעלן אין סיריע געלאזט אין גאנג זייער אינוואזיע אטאקע אויף דער שטאט ראקא, וועלכע איז די אומאפיציעלע הויפטשטאט פון אייסיס. די טעראר גרופע איז אריינגעקומען אין ראקא מיט בערך דריי און א האלב יאר צוריק, און האט באלד דארטן אוועקגעשטעלט פולקאמער קאנטראל, פארכאפנדיג די לאקאלע רעגירונג, די מוניציפאלע סיסטעמען, אפיס געביידעס, ביזנעסער און שולעס, און אן עקסטרעמע שאריא-געזעץ געריכט סיסטעם. די "סירישע דעמאקראטישע קרעפטן", וועלכע באקומען וואפנס און אנדערע שטיצע פון דעם אמעריקאנער מיליטער, האבן זיך שוין געגרייט לאנגע מאנאטן פאר דער אפעראציע צו באפאלן ראקא, און נעכטן האט זיך דאס אפיציעל אנגעהויבן, ווען די רעבעלן האבן געשטורעמט די אריינגענג צו ראקא, און מיט דער עווענטועלער הילף פון אמעריקאנער לופט אטאקעס, האפט מען צו האבן פארטריבן אייסיס אין עטליכע מאנאטן.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל