ענגלאנד — מ'הערט מער און מער אויפברויז איבער דעם וואס די אויטאריטעטן אין ענגלאנד האבן נישט אויפגעכאפט צייכענעס בעפאר דער לאנדאן בריק אטאקע וואס האט פאסירט מוצאי שבת, נעמענדיג אין באטראכט אז עס זענען געווען גענוג און נאך באווייזן אז די דערווייל-אידענטיפיצירטע טעראריסטן האבן געהאט א היסטאריע פון שטיצע פאר דזשיהאד און פרא-טעראר אקטיוויטעטן. א גרויסער פראצענט פונעם בריטישן פאלק האלטן אז ס'איז צייט אז די רעגירונג זאל ווערן גאר שטייף און ארעסטירן אפילו אזעלכע וואס ווערן נאר פארדעכטיגט אין ארומטראגן אין הארצן פרא-דזשיהאד געדאנקען.

דער אויפברויז קומט אין דער צייט וואס די בריטישע אויטאריטעטן האבן נעכטן אידענטיפיצירט דעם דריטן טעראריסט פון דער לאנדאנער בריק אטאקע, יוזעף זאגבא, א מאראקא-איטאליענער אפשטאמיגער. ס'איז ארויסגעהויבן געווארן וואס זאגבא איז בכלל נישט געווארן שטארק נאכגעקוקט דורך די אויטאריטעטן, טראץ וואס ער איז פאראיאר ארעסטירט געווארן אין איטאליע, ווען ער האט פרובירט צו פארן קיין סיריע זיך אנצושליסן אין דער אייסיס טעראר גרופע. באזונדער האט מען געהערט אז איינער פון די אנדערע לאנדאן-בריק טעראריסטן, קוראם שאזאד, איז פאראיאר ערשינען אין א נייעס-דאקומענטאציע וואו ער האט אין די עפנטליכקייט דערקלערט שטיצע פאר אייסיס, און טראצדעם איז גארנישט געטאן געווארן איבער אים.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל