טראצדעם וואס דער סעקערטערי אוו סטעיט האט נעכטן געזאגט אז די אפיציעלע שטעלונג פון אמעריקע האט זיך נישט געטוישט, און זי בלייבט אין פריינטליכע באציאונגען מיט קאטאר, און אמעריקאנער מיליטערישע פליגער נוצן נאך די לופט באזע אין קאטאר, האט פרעזידענט טראמפ היינט אויסגעלויבט די אנטוויקלונגען און גענומען קרעדיט דערפאר. ער האט געשריבן אויף טוויטער אז די באזוך קיין סאודי אראביע צאלט זיך שוין אויס, און די אראבישע לענדער נעמען שריט אין די גוטע ריכטונג.

דער פרעזידענט שרייבט אז ווען ער האט דיסקוטירט מיט די אראבישע פירער די פראבלעם פון פאנדינג פאר טעראר, האט ער באקומען באריכטן אז קאטאר טוט פינאנצירן עקסטרעמיזם. און ער טוט אויסלויבן סאודי אראביע פאר׳ן נעמען שטייפע שריט, און שרייבט, ״עס איז צום האפן אז דאס איז די אנהייב פון די ענדע פון טעראריזם״.

אין אנדערע נייעס איז באריכטעט געווארן אז אין די אלע לענדער וואס האבן אפגעהאקט באציאונגען, וואס נעמט אריין סאודי אראביע, באכריין, עגיפטן, תימן, און די אראבישע עמיראטן, האט מען אויך בלאקירט צוטריט צו די קאטארע וועבזייטלעך און זייער נייעס אגגענטור ״אל-דשאזירא״. דערווייל טוט קאטאר ווייטער אפווארפן די באשולדיגונגען און טוט אנטראגן צו שליכטן דעם קריזיס אויף א פרידליכע וועג.

גייענדיג צום דרוק האט סאודי אראביע ארויסגעגעבן אירע אפיציעלע פארלאנגען צו ענדיגן דעם קריזיס, עס נעמט אריין צו גלייך אפשטעלן אלע פינאנצירונגען צו די כאמאס גרופע אין עזה און די מוסלעמענער ברודערשאפט.

Image Alternative Text

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל