די יוסטיץ דעפארטמענט האט נעכטן געמאלדן אז זיי עפענען א קרימינאלע אויספארשונג קעגן א איינגעשטעלטע אין די פעדעראלע שפיאנאזש אגענטור פאר׳ן ארויסגעבן פאר די פרעסע קלאסיפיצירטע אינפארמאציע. דאס איז די ערשטע מאל וואס א שפיאנאזש באאמטע ווערט אנגעקלאגט אונטער פרעזידענט טראמפ. דאס קומט נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט עטליכע מאל אויפגעפאדערט די יוסטיץ דעפארטמענט צו נאכגיין די קוואל וועלכע פיטערט די פרעסע מיט אינעווייניגסטע אינפארמאציע.

די אנקלאגע איז קעגן ליי ווינער (Leigh Winner) א קאנטראקטער פאר די אגענטור וועלכע האט ארויסגעגעבן אינפארמאציע איבער די אינטערווענץ פון רוסלאנד אין די וואלן פאר א נייעס אגעטור וועלכע רופט זיך די ״אינטערסעפטאר״. די באריכט איז געווען א דעטאלירטע אינערליכע רעפארט פון די אגענטור וועלכע האט געהאט פונקטליכע אינפארמאציע איבער א העקינג אפעראציע פון די רוסישע מיליטערישע שפיאנאזש אגענטור אין די קאמפיוטערס פון א פירמע וועלכע געט זיך אפ מיט באהאנדלן וויילער אינפארמציע.

באלד נאכדעם וואס די נייעס אגענטור האט געדרוקט די ארטיקל האט די עף-בי-איי געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט מיס ווינער און האבן געזאגט אז זי האט גלייך מודה געווען אין איר שולד, און זי קאאפערירט מיט די אויספארשער.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל