פאליציי האט דערשאסן א פארשוין וואס האט געעפנט אן אטאקע אין צענטער פון פאריז קעגן פאליציי לייט און טוריסטן, אבער ער איז באצייטנס דערשאסן געווארן און נישט באוויזן צו אנמאכן ערנסטע שאדנס. דער פארשוין איז געווען באוואפנט מיט א האמער און האט אטאקירט א פאליציאנט שרייענדיג דערביי ״דאס איז פאר סיריע״, און ער איז באלד דערשאסן געווארן דורך אן אנדערע אפיציר.

די ארט ווי די אטאקע איז פארגעקומען איז א פלאץ וואס איז פיהל מיט טויזנטער טוריסטן, און די אטאקע האט געברענגט א כאאס און פאניק, און צייטווייליג אפגעשפארט די צענטער פון פאריז. פאליציי האט באריכטעט אז עס האנדלט זיך פון א טעראר אטאקע און דער טעראריסט איז קריטיש פארוואונדענט געווארן. פאריז איז אין א סטעיט אוו עמערדשענסי זינט די אטאקע אין 2015, און דעריבער זענען געווען פול מיט פאליציי אפיצירן און מיליטערלייט אויפ׳ן ארט וואס האבן געקענט גלייך ניוטראליזירן דעם טעראריסט. דאס איז שוין די 9'טע אטאקע אין פאריז אין די לעצטע צוויי יאר.






קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל