נעכטן איז ווידער דורכגעפאלן א פרואוו צו ברענגען אן ענדע צו די בלוטיגע שלאכטן וואס גייען אן אין די פילפיניער אינזלן צווישן די רעגירונג קרעפטן און מוסלעמענער רעבעלן, א קריג וועלכע האט שוין געקאסט 170 לעבנס, אריינגערעכנט צענדליגע ציווילע, און האט געצווינגען אזויפיל ווי 180,000 איינוואוינער צו אויסוואנדערן פון זייערע היימען. די שלאכטן גייען ווייטער אן, און די איסלאמישע ראדיקאלן קאנטראלירן נאך חלקים פון די שטאט מיט א מיליציע פון עטליכע הונדערט קעמפער. דער פילפינער פרעמיער מיניסטער האט געזאגט אז די ציהל פון די אפעראציע איז צו נישט איבערלאזן קיין איין לעבעדיגער קעמפער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל