די ״סירישע דעמאקראטישע פראנט״, א קאאליציע פון רעבעלן קעמפער אין סיריע, הויפטזעכליך צוזאמענגעשטעלט פון קורדישע קעמפער וועלכע ווערן געשטיצט דורך אמעריקע, האבן געזאגט אז זיי האבן באוויזן צו ארומרינגעלן די שטאט ראקא פון דריי זייטן גרייט צו ארויסשטופן די טעראר גרופע פון די לעצטע גרויסע שטעט וואס זיי האבן נאך קאנטראל, און וואס זיי טוען באטראכטן אלס זייער הויפטשטאט, אין א שלאכט וועלכע ווערט ערווארטעט צו זיין דעצידירנד אין אנטשיידן די צוקונפט פון אייסיס.

די קראפט וואס נעמט ארום די שטאט זענען ארום 30,000 קורדישע פאשמארגא קעמפער, און נאך ארום 20,000 פון אנדערע אראבישע מיליציעס, מיט די הילף פון אמעריקאנער לופט מיליטער, מיט ארום 500 אמעריקאנער מיליטערישע עקספערטן און קאמאנדא קעמפער וואס באגלייטן זיי. אין די לעצטע וואכן האבן די קורדישע רעבעלן אנגעהויבן באקומען מער הייס געווער און וואפן פון אמעריקע, און די פענטאגאן באצייכנט די קורדן אלס די מערסט עפעקטיווע גרופע אין די קאמפ קעגן אייסיס.

עס ווערט געשאצט אז אייסיס פארמאגט ארום 4,000 קעמפער אין די שטאט וועלכע איז שוין רואינירט און עס ווערט געשאצט אז ארום 100,000 ציווילע בירגער זענען נאך פארבליבן אין שטאט, אראפ פון ארום א פערטל מיליאן איינוואוינער וואס די שטאט האט געהאט פאר אייסיס האט איבערגענומען קאנטראל. אינוואוינער וועלכע האבן באוויזן זיך צו ארויסבאקומען פון די שטאט זאגן אז אייסיס איז דעמאראליזירט און טוען שוין נישט טעראריזירן אזויפיל די בירגער.

אינטערנאציאנאלע קערפערשאפטן זענען באזארגט אז די שלאכטן וועלן קאסטן טויזנטער ציווילע לעבנס, וויבאלד אייסיס גרייט זיך שוין עטליכע יאר אויף די אינוואזיע און האבן אויפגעבויעט א עפעקטיווע שוץ סיסטעם וועלכע נעמט אריין פארברענען בריקן, און אויפרייסן גאנצע גאסן, און נוצן ציווילע בירגער אלס שוץ מעטאד. דערווייל איז נאכנישט באקאנט די טאג ווען די אינוואזיע וועט זיך אנהייבן אבער עס ווערט געשאצט אין די קומענדיגע טעג.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל