די פענטאגאן האט באשטעטיגט אז צום צווייטן מאל אין די לעצטע וואכן האט אמעריקע היינט באמבאדירט א מיליטערישע קאנוואי אין סיריע ביי די גרעניץ מיט איראק, נאכדעם וואס די מיליטערישע קרעפטן האבן זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון נאכאנאנדיגע ווארענונגען נישט צו קומען נאנט צו די קאאליציע קרעפטן וואס ווערן באשיצט דורך אמעריקע. א ענליכע אינצידענט איז פארגעקומען מיט דריי וואכן צוריק.

אנאליסטן זאגן אז אזעלכע באמבאדירונגען קענען ווערן א אפטע ערשיינונג נאכדעם וואס ריזיגע שטחים אין דרום סיריע ווערן באפרייט צוליב א ריקצוג פון אייסיס, וואס שאפט א צוזאמענשטויס צווישן די רעגירונג קרעפטן און די רעבעלן, וויבאלד ביידע ווילן איבערנעמען קאנטראל דארט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל