א רוסישע קאמפס דשעט האט אפגעשטעלט אן אמעריקאנער פליגער פון דורכפירן א מיסיע העכערן באלטישן ים, לויט אן אפיציעלער סטעיטמענט פון די רוסישע פארטיידיגונג דעפארטמענט, און איז באשטעטיגט געווארן דורך די פענטאגאן. די פליגער איז געפלויגן נאנט צו די רוסישע גרעניץ העכער אינטערנאציאנאלע וואסערן, און די פענטאגאן זאגט אז די פליגער האט דורכגעפירט רוטינע איבונגען און איז נישט געווען אויף א שפיאנאזש מיסיע. דער אמעריקאנער פליגער איז א בי-52 באמבאדיר פליגער, און א ריזיגע פלאטע געפונט זיך יעצט אין די ראיאן צו דורכפירן איבוונגען אינאיינעם מיט נאטא העכער די באלטישע לענדער. איבונגען וועלכע זענען געצילט צו אנגרייטן די קרעפטן צו זיין גרייט אין פאל פון א רוסישע אינוואזיע. די רוסישע און אמעריקאנער ווארטזאגער האבן געזאגט אז די אינטעראקציע צווישן די פליגערס איז געווען פון א זיכערע דיסטאנץ און קיינער איז נישט געווען אונטער קיין געפאר.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל