דער לאנדאנער מעיאר סאדיק קהאן האט נעכטן אין אן אינטערוויו געזאגט ״נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט זיך אויפגעפירט אזוי פרעך און אומסענסיטיוו צו די לאנדאנער איינוואוינער נאך די אטאקע, מיין איך אז ער פארדינט זיך נישט מען זאל פאר אים אוסשפרייטן א רויטן טעפיך״, און האט גערופן פאר די רעגירונג צו אפרופן די בעפארשטייענדע באזוך פון פרעזידענט טראמפ קיין ענגלאנד.

דאס איז די לעצטע אין א רייע פון שארפע ווערטער אויסטוישן צווישן די צוויי. טראמפ האט אויסגענוצט די טעראר אטאקע צו זיך אפרעכענען מיט סאדיק קהאן, א מוסלעמענער-פאקסיטאנער אפשטאמיגער וועלכער איז פאפולער אין לאנדאן, און סאדיק קהאן איז אים נישט שולדיג געבליבן און אים צוריק אטאקירט. די אטאקע קעגן קהאן ווערט געזען ווי א באשטעטיגונג אז פרעזידענט טראמפ פארמאגט אן אנטי-מוסלעמענער אגענדע און עס ברענגט אויף די פראגע אויב אונטער אזעלכע אומשטענדן וואלט ער קריטיקירט א מעיאר פון א שטאט אונטער טעראר אויב וואלט זיך עס נישט געהאנדלט פון א מוסלעמענער. דער פרעמיער מינסטארשע טערעזע מעי האט אויך אויסגעדריקט פאדרוס אויף דעם פרעזידענט'ס רעטאריק אין ליכט פון די אטאקע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל