די טראמפ ארגאניזאציע, וועלכע ווערט היינט געפירט דורך די קינדער פונעם פרעזידענט, האט געמאלדן אז זיי פלאנען צו גרינדען א נייע האטעל קייט אין אמעריקע וועלכע וועט גערופן ווערן ״אמעריקען איידיע״. די דריי שטענדיגע האטעל וועט פארשטעלן א סטייל און אטמאספער וועלכע וועט ארויסהייבן אמעריקאנער ווערדן און פאטראיאטיזם, באזירט אויף די לעצטע טראמפ קאמפיין, און וועט גרינדען איר ערשטע לאקאלן קומענדיגע מאנאט אין מיסיסיפי, און זיי זוכן צו האבן הונדערטער לאקאלן איבער אמעריקע פאר א צוגענגליכע פרייז.

עריק טראמפ דער זוהן פונעם פרעזידעט און אנפירער פון די פירמע זאגט אז די געדאנק איז אויפגעקומען דורכאויס דעם קאמפיין ווען ער האט געזעהן אז אין פולע שטעט ווי זיי זענען אנגעקומען איז נישט געווען קיין פאסיגע האטעלן. דער עקזעקיוטיוו פון די פירמע עריק דאנציגער האט אפגעווארפן די באריכט אז עס האנדלט זיך א ״פאליטישע״ ביזנעס, זאגנדיג אז די געדאנק איז שוין אויפגעקומען מיט ארום צוויי יאר צוריק.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל